'כ"ק אאמו"ר הגאון הקדוש זצוקללה"ה לא הסכים לזה'
תשובה בכתב יד הרה"ק רבי דוד מקשאנוב בן הרה"ק רבי חיים מצאנז. תרל"ט.
תשובה בכתב יד קדשו וחתימתו של הרה"ק רבי ר' דוד'ל קשאנובער בנו השני של הרה"ק רבי חיים מצאנז בעל דברי חיים.
מכתבי הרה"ק רבי דוד מקשאנוב – מעטים ונדירים ביותר.
נושא המכתב: בית הדין דק"ק אשכנזים-פרושים בעיר הקדש ירושלים, רצו לשלוח גט מבעל שעלה לירושלים לאשתו הגרה בקשאנוב על ידי הדואר. על כך כותב להם הרה"ק רבי דוד:
'והנה בנדון עשיית שליח ע"י הפאסט, אין ביכולתי להסכים, אחרי אשר כ"ק אאמו"ר הגאון הקדוש וכו' זצוקללה"ה לא הסכים לזה' [ראה דבריו התקיפים בענין זה בשו"ת דברי חיים ח"א אבן העזר סי' פ"ט]
בהמשך התשובה, הוראות הלכתיות בענין כתיבת השמות של הבעל והאשה.
הרה"ק רבי דוד'ל מקשאנוב (תקע"ח לערך-תרנ"ד) בנו השני של הרה"ק רבי חיים מצאנז, גאון מופלג בתורה, התפרסם כצדיק גוזר וכפועל ישועות שברכותיו חוללו נפלאות, אך עשה הכל כדי להצניע דרכיו והליכותיו.
נולד בעיר רודניק – מקום רבנותו הראשונה של אביו הגדול, וממנו שאב רוב תורתו, אביו הסתמך עליו בתשובתו הידועה בענין טחינת קמח בריחיים של קיטור, ונימוקו עמו כי
'הוא תלמיד חכם גדול וראוי לסמוך עליו' (שו"ת דברי חיים או"ח ח"ב סי' ל"ה).
בשנת תרי"א, על אף היותו אברך צעיר לימים התקבל לרבה של קרשאנוב (קשאנוב) הסמוכה לקראקא ולשבת הראשונה שם נסע עמו אביו הדברי חיים ועמד לימינו כל הימים, ובה שימש ברבנות למעלה מארבעים שנה, עד עלותו לגנזי מרומים.
נודע בדורו כגדול בתורה, שלש תשובות מופנות אליו בשו"ת דברי חיים וכן התכתב עם חכמי הדור במשא ומתן של הלכה. גם אחיו הרה"ק משינאווא כיבדו מאוד והתבטא עליו 'צדיק הדור' ומסתמך על דבריו להלכה (ראה דברי יחזקאל, תשובות, סי' יא-יב)
מנכדיו נודעו: הרה"ק רבי מנחם מנדל מפריסטיק, אבי הרה"ק רבי חנה מקאלשיץ.
קשאנוב תרל"ט [1879]. מכתב ארוך: כולו בכתב יד קדשו וחתימתו, מצב טוב.
ביבליוגרפיה: רבינו הקדש מצאנז, ח"ב פרק יט.
'כ"ק אאמו"ר הגאון הקדוש זצוקללה"ה לא הסכים לזה'
א לאנגער בריוו געשריבן אין יאר תרל"ט, אינגאנצן מיטן האנטשריפט און אונטערשריפט פון הייליגן צדיק ר' דוד'ל קשאנובער, צווייטער זון פון מרן רביה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע.
בריוו פון הרה"ק רבי דוד מקשאנוב זענען זייער זעלטן און עס איז דא מורא'דיג ווייניג דערפון אין די וועלט.
דער נידון אין דער בריוו איז בנוגע וואס דער בית דין הגדול דק"ק אשכנזים קהל פרושים אין ירושלים עיר הקודש תובב"א האט געוואלט שיקן א גט פון א איד וואס איז ארויף פון קיין ירושלים צו דעם איד'ס ווייב וואס האט געוואוינט אין זיין שטאט קשאנוב, אבער דא עקא אז דער בית דין האט עס געוואלט שיקן דורך די פאסט, אויף דעם ארויף שרייבט זיי הרה"ק ר' דוד'ל קשאנובער בזה הלשון:
'והנה בנדון עשיית שליח ע"י הפאסט, אין ביכולתי להסכים, אחרי אשר כ"ק אאמו"ר הגאון הקדוש וכו' זצוקללה"ה לא הסכים לזה' [זע די שארפע רייד אין דעם ענין בשו"ת דברי חיים ח"א אבן העזר סי' פ"ט].
דער קשאנובער רב איז ממשיך אין בריוו מיט פארשידענע אנווייזונגען בהלכות שמות אנשים ונשים.
הרה"ק רבי דוד'ל קשאנובער איז געווען דער צווייטער זון פון דברי חיים מצאנז, א פראמינענטער צדיק און פועל ישועות, ער איז געווען באקאנט מיט די וואונדערליכע ישועות און מופתים וואס ער האט באוויזן מיט זיין גרויס צדקות און אלעס געווען באשיידן צו באהאלטן זיינע פארבארגענע עבודה.
ער איז געבוירן אין רודניק ווי דער הייליגער צאנזער רב האט געדינט אלס רב צום ערשט, פון גרויסן טאטן האט ער געשעפט רוב פון זיין תורה, דער הייליגער רב האט זייער געהאלטן פון דעם קשאנובער רב און זיך פארלאזט אויף אים אין די שווערסטע שאלות, ווי ער דרוקט זיך אויס אמאל ביי א תשובה בענין מאלן מעל אין א דאמפף מיהל בזה הלשון:
'ונימוקו עמו כי 'הוא תלמיד חכם גדול וראוי לסמוך עליו' (שו"ת דברי חיים או"ח ח"ב סי' ל"ה).
אין יאר תרי"א נאך זייענדיג א אינגערמאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין קשאנוב וואס איז נאנט צו קראקא, דער הייליגער דברי חיים איז מיטגעפארן באגלייטן דעם זון קיין קשאנוב און געפראוועט צוזאמען דער ערשטער שבת, אזוי אויך איז ער אים געשטאנען צו הילף אלע יארן, דער קשאנובער רב איז געווען רב אין קשאנוב איבער 40 יאר, ביז זיין פטירה אין כ"ה אלול תרנ"ג.
ער איז אויך געווען באקאנט אלס א גרויסער גדול בתורה, עס איז פארהאן אין שו"ת דברי חיים, דריי תשובות וואס איז געשריבן צו אים, אזוי אויך האט ער זיך געשריבן מיט אנדערע גאוני ישראל בימיו, זיין גרויסער ברודער דער הייליגער צדיק שינאווער רב זי"ע האט אים שטארק מכבד געווען, ווי מען זעט אין די תשובות [סימן י"א וי"ב] פארלאזט ער זיך אויף זיין דעת בהלכה, ער האט זיך אויך אויסגעדרוקט אויף אים 'צדיק הדור'.
פון קשאנובער רב איז ארויסגעקומען גאר א גרויסער און חשוב'ער שלשלת פון רבנים און צדיקים, פון צווישן זיי איז באקאנט דער פריסטיקער רב ר' מנחם מענדל האלבערשטאם וואס איז דער פאטער פון צדיק וקדוש מפורסם ר' חנה דער קאלאשיצער רב זצ"ל הי"ד.
———————————-
יש לך שאלות על פריט זה?